ס'איז מיר באמת א שמחה און א זכי' אז איך קען האבן א חלק אינעם היי-יעריגן "היעל-א-טאן" קאמפיין פון "ביקור חולים", אפצוראטעווען לעכטיגע קינדערלעך פון צובראכענע שטיבער, ל"ע.
ס'איז נישט קיין סוד, אז ס'איז ליידער דא זייער אסאך פארצווייפלטע משפחות ביים היימישן ציבור, אריינגערעכנט שטיבער מיט פאציענטן, צומאל איז עס פיזישע מחלות ל"ע און צומאל איז עס גייסטישע פראבלעמען. די קינדערלעך וועלכע ווערן ערצויגן אין אזעלכע שטיבער דארפן זיך ספראווען מיט גאר גרויסע שוועריגקייטן אין לעבן, אז זיי זאלן קענען אויסוואקסן ווי עס דארף צו זיין.
"ריעדזשענאל ביקור חולים" שטייט גרייט פאר די קינדערלעך! זיי שטעלן צו ייעוץ והדרכה, הילף און באגלייטונג, עמאציאנאלע-סופפארט און טעראפי, און צומאל צוצוטרעפן פאסיגע היימען פאר זיי - ווען ס'פעלט זיך אויס.
"ביקור חולים" מוז צוקומען צו אונזער הילף! לאמיר אנטיילנעמען!
ביטע העלף מיר ארויס צו דערגרייכן מיין פינאנציעלע-ציל, דורכ'ן זיך אנשליסן מיט א ברייטע האנט פאר אזא וויכטיגן צוועק פון הצלת נפשות. און געדענק: 'חברך חברא אית ליה', בעט אויך פון דיינע חברים זיך אנצושליסן דערין.
אינאיינעם קענען מיר מאכן א מורא'דיגער דיפערענץ!
השי"ת זאל דיר צוריקצאלן מיט אלעם גוטן, א פרייליך און גליקליך לעבן, מיט אסאך אידיש נחת!
ידידך!
פישל גאלדבערגער